אַלף־בית איז דער נאָמען פון די לשון־קודשדיקע אותיות באַזירט אויף די ערשטע צוויי אותיות (דהיינו: אַלף און בית). מיטן דאָזיקער שריפט שרייבט מען לשון־קודש, יידיש, העברעאיש, לאַדינאָ (דזשודעזמאָ), אַראַמיש (ביי יידן) און אַנדערע שפּראַכן וואָס יידן באַניצן אָדער האָבן באַניצט.

העברעאישער אַלף־בית

אין לשון־קודש און מאָדערנעם העברעאיש ניצט מען די פאָלגנדיקע אותיות (סוף־פאָרמען (סופיות) ווערן געשריבן פאַר געהעריקע אותיות):

נאך אינפארמאציע אלף, בית ...
אלףביתגימלדלתהאווזיןחיתטיתיודכף
א ב ג ד ה ו ז ח ט י כ
ך
למדמםנוןסמךעיןפאצדיקוףריששיןתיו
ל מ נ ס ע פ צ ק ר ש ת
ם ן ף ץ
פארמאכן

מתחילה זיינען אלע אותיות געווען אין לשון־קודש קאָנסאָנאַנטן, דאָס הייסט אַז ער האָט אַ קאָנסאָנאַנט שריפט. אין אַ שרייבונג מיט פּינטעלעך באַניצט מען די סיסטעם פון נקודות צו באַצייכענען וואָקאַלן. פונדעסטוועגן, קענען עטליכע אותיות (אמות קריאה) שפּילן אויך די ראָלעס פון וואָקאַלן, דער עיקר, וואָס איז אינעם פולן כוח אַנטוויקלט געוואָרן אין כתיב מלא אויסלייג־סיסטעם פון מאָדערנעם העברעאיש.

ס׳איז דאָ אויך פּינטלעך, וואָס צייכענען ענדערונגען אין קלאַנגען פון קאָנסאָנאַנטן: דגש, רפה און דאָס שׂין־פּינטל.

די אותיות אין יידיש

ווייטערע אינפאָרמאַציע: יידישע אויסלייגן

פאַר יידיש ניצט מען בדרך־כלל די גלייכע אותיות. דער הויפּט אונטערשייד איז אָבער אַז טייל אותיות אין יידיש באַצייכענען בלויז וואָקאַלן, אַזוי ווי ביי אַנדערע אייראָפּעאישע שפּראַכן. לויט דער טראַדיציע און דעם רוב פון אָפיציעלע אויסלייג סיסטעמען שרייבט מען די ווערטער פונעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט אַזוי ווי אין לשון־קודש. די כולל'דיקע סיסטעם איז אַזאַ (מיט דער פולער ריי פון דגשים, רפות און אַנדערע פּינטלעך פאַר בולטקייט, וועלכע ווערן אָבער נישט באניצט אין אַלע אויסלייגן):

נאך אינפארמאציע אות, נאָמען ...
אותנאָמעןראָמאַניזאַציע
לויט ייוואָ
פאַרשפּרייטע
אַרויסרעדן
א
אַ
אָ
שטומער אַלף
פּתח־אַלף
קמץ־אַלף

a
o

[a]
[ɔ] אָדער [ʊ]
בּ
בֿ
בּית
בֿית
b
v
[b]
[v]
ג גימלgגעוויינטלעך [g]
ד דלתd[d]
ה האh[h]
ו
(וּ)
וואָוו
מלופּם־וואָוו[1]
u
[ʊ] אָדער [ɪ]
ז זייןz[z]
ח חיתkh[x]
ט טיתt[t]
י
(יִ)
יוד
חיריק־יוד
i און y
i
[ɪ] און [j]
[ɪ]
כּ
כֿ
ך
כּף
כֿף
לאַנגער כֿף
k
kh
kh
[k]
[x]
[x]
ל למדl[l]
מ
ם
מם
שלאָס מם
m
[m]
נ
ן
נון
לאַנגער נון
n
[n], צו מאָל [m]
ס סמךs[s]
ע עיןe[e] אָדער [eɪ]
פּ
פֿ
ף
פּא
פֿא
לאַנגער פֿא
p
f
f
[p]
[f]
[f]
צ
ץ
צדיק
לאַנגער צדיק
ts
[ʦ]
ק קוףk[k]
ר רישr[ʁ], [ʀ] אָדער ענלעכע
ש
שׂ
שין
שׂין
sh
s
[ʃ]
[s]
תּ
תֿ
תּוו
תֿוו
t
s
[t]
[s]
אות־קאָמבינאַציעס
וו צוויי וואָווןv[v]
וי וואָוו־יודoy[ɔɪ] אָדער [eɪ], [ɔː]
יי צוויי יודןey[eɪ] אָדער [aɪ]
ײַ פּתח צוויי יודןay[aɪ] אָדער [aː]
דז דלת־זייןdz[dz]
דזש דלת־זיין־שיןdzh[dʒ]
זש זיין־שיןzh[ʒ]
טש טית־שיןtsh[tʃ]
פארמאכן

די אותיות בֿ, ח, כּ, שׂ, תּ און תֿ ווערן באַניצט בלויז אין ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם. די קאָמבינאַציעס וו, יי, ייַ און וי שרייבט מען צומאָל אַלץ דיגראַפן (ליגאַטורן): װ, ײ, ײַ און ױ.

יידישקייט

לויט דעם יידישן רעליגיעזן בקיאות האָט גאָט באַשאַפן די וועלט מיט די אותיות.

די תורה איז געשריבן מיט א״ב, און אויב פעלט נאָר איין אות, טאָר מען לויט דער הלכה נישט מאַכן קיין ברכה ביים עולה זיין.

רעפערענצן

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.